קלעזקאַנאַדע װערט גרעסער
from Wednesday's newsletter
מיזרח טרעפֿט זיך מיט מעריבֿ—אַזױ האָט מען אָנגערופֿן די נײַע פּראָגראַם אין קלעזקאַנאַדע, װאָס האָט געבראַכט 12 יונגע, שײנע, און שעפֿערישע מוזיקאַנטן און זינגערס פֿון פֿאַרשידענע לענדער פֿונעם געװעזענעם ראַטן–פֿאַרבאַנד און געגעבן זײ די מעגלעכקײט צו אַנטפּלעקן פֿאַרן מערבֿדיקן עולם אַן אוצר פֿון טאַלאַנטן פֿון מזרח. במשך פֿון צװײ שעה האָט מען געזען און געהערט, צום גרעסטן טײל, נײַע לידער און ניגונים װאָס די טאַלאַנטירטע כּלי–זמרים האָבן אַלײן געשאַפֿן און פּרעכטיק געשפּילט און געזונגען אױף דער בינע פֿון קלעזקאַנאַדע.
דער פֿאָרזיצער פֿון סײנט פּעטערבורגער ייִדישן צענטער, אַליק פֿרענקעל האָט באַמערקט אין זײן װענדונג צו קלעזקאַנאַדע עולם אַז אין דער נױענטסטער צוקונפֿט װעלן די באַגריפֿן “מזרח” און מעריבֿ” פֿאַרשװוּנדן און נאָר אײן באַגריף—ייִדישע קולטור און קלעזמער מוזיק װעלן בלײַבן און פֿאַרײניקן אונדז אַלעמען. פֿון זײַן מױל אין גאָטס אױער.


